אַ מײדעלע פֿון תּל-אביב
אױף דער גאַנצער װעלט געװען
בין איך און אַלץ פּרובירט
מײדלעך אַלערלײ געזען
און ליבעס אױך געפֿירט נאָר די שענסטע האָב איך אין
תּל-אביב געפֿינען,
און אױב זי װעט נישט מײַנע זײַן
װער איך אַראָפּ פֿון זינען
כ'האָב ליב אַ מײדעלע פֿון תּל-אביב,
זי איז אַרײַן צו מיר אין האַרצן טיף,
אין אירע שײנע אױגן צװײ שטראַלן מע דערזעט,
פּונקט װי אַ רעגן-בױגן, װען די זון פֿאַרגײט
כ'האָב ליב אַ מײדעלע פֿון תּל-אביב
זי איז אַרײַן צו מיר אין האַרצן טיף,
און זי װעט בלײַבן אין זכּרון
שױן אױף אַלע מײַנע יאָרן
כ'האָב ליב אַ מײדעלע פֿון תּל-אביב
כאָטש די סברת זײַנען שײן
און שטעכיק װי אַ שפּיז,
האָבן זײ אַ ים מיט חן,
און זײַנען צוקער זיס
כ'בין מוחל אײַך די שיקסעס דאָרט
מיט זײער רײד צוזאַמען,
װײַל אַ סברה איז דאָך פֿאָרט
געראָטן אין מײַן מאַמען