אַרבעטלאָזע מאַרש
איינס, צוויי, דרײַ, פיר,
אַרבעטלאָזע זענען מיר,
נישט געהערט חדשים לאַנג,
אין פֿאַבריק דעם האַמער קלאַנג.
ס'ליגן כלים, קאַלט, פֿאַרגעסן,
ס'נעמט דער זשאַווער זיי שוין פֿרעסן,
גיין מיר ארום אין גאַס,
ווי די גבֿירים פּוסט און פּאַס.
איינס, צוויי, דרײַ, פיר,
אַרבעטלאָזע זענען מיר,
אָן אַ בגד, אָן אַ היים,
אונדזער בעט איז ערד און ליים.
האָט נאָך ווער וואָס צו געניסן,
טײַלט מען זיך מיט יעדן ביסן,
וואַסער, ווי די גבֿירים - ווײַן,
גיסן מיר אין זיך ארײַן.
איינס, צוויי, דרײַ, פיר,
אַרבעטלאָזע זענען מיר,
יאָרן לאַנג געאַרבעט שווער,
און געשאַפֿט אלץ מער און מער,
הײַזער, שלעסער, שטעט און לענדער,
פֿאַר אַ הױפֿעלע פֿאַרשווענדער,
אונדזער לוין דערפֿאַר איז וואָס?
הונגער, נויט און ארבעטלאָז.
איינס, צוויי, דרײַ, פיר,
אָט אַזוי מאַרשירן מיר,
אַרבעטלאָזע טריט נאָך טריט,
און מיר זינגן זיך אַ ליד,
פֿון אַ לאַנד, אַ וועלט א נײַע
װוּ עס לעבן מענטשן פרײַע,
ארבעטלאָזע איז קיין שום האַנט
אין דעם נײַעם פֿרײַען לאַנד.