דעם מילנער טרערן 😢
– אױ, װיפֿל יאָרן
זײַנען פֿאַרפֿאָרן,
זײַט איך בין מילנער אָט אַ דאָ?
די רעדער דרײען זיך,
די יאָרן גײען זיך,
איך בין שױן אַלט און גרײַז און גראָ.
ס’איז טעג פֿאַראַנען,
כ’וױל מיך דערמאַנען,
צי כ’האָב געהאט אַ שטיקל גליק?
די רעדער דרײען זיך,
די יאָרן גײען זיך,
קײן ענטפֿער איז ניטאָ צוריק.
כ’האָב געהערט זאָגן,
מע װיל מיך פֿאַריאָגן,
אַרױס פֿון דאָרף און פֿון דער מיל;
די רעדער דרײען זיך,
די יאָרן גײען זיך,
אױ, אָן אַן עק און אַן אַ ציל.
װּ װעל איך װױנען,
װער װעט מיך שױנען?
איך בין שױן אַלט, איך בין שױן מיד;
די רעדער דרײען זיך,
די יאָרן גײען זיך,
און אױך מיט זײ גײט אױס דער ייִד.