אמעריקנער חינוך
זונטאג, י"א ניסן ה'תשפ"ו (דעם 29'סטן מערץ, 2026):
שוין 250 יאר דינט דער אמעריקאנער חינוך אלס דער יסוד פון פרייהייט און געלעגנהייטן. אויף דעם "חינוך און שערניג טאג" באשטעטיגן מיר פונדאסניי די וויכטיגקייט פון א שטארקן חינוך – אזא וואס גרייט צו דעם קומענדיגן דור פון אמעריקאנער צו פירן מיט כאראקטער, פאטריאטיזם און ערליכקייט.
היינט געבן מיר כבוד פארן לעבן און חזון פון רבי מנחם מענדל שניאורסאהן – איינער פון די מערסטע באקאנטע אידישע פירער אין די מאדערנע אמעריקאנער היסטאריע.
אין יאר 1941 איז דער רבי אנטלאפן פון די נאציס קיין אמעריקע, וואו ער האט איבערגענומען די הנהגה פון חב"ד-ליובאוויטש. אונטער זיין פירערשאפט איז די קליינע חסידישע קהילה אויסגעוואקסן צו א וועלט-מאכט פון אמונה און חסד, וואס האט נאכ'ן חורבן אויפגעלעבט אידישקייט איבער דער גאנצער וועלט און רירט נאך היינט אן מיליאנען הערצער.
אלס פרעזידענט פיר איך שטאלץ פאראויס דעם רבין'ס חזון פאר חכמה, יושר און אמונה. מיין אדמיניסטראציע פארעכט אונזער חינוך סיסטעם, כדי אויסצולערנען די תלמידים צו לעבן א לעבן פון תכלית און דינסט פאר אנדערע. מיר ברענגען צוריק דעם "געזונטן שכל" (Common Sense) אין די קלאסן און מאכן א סוף צו די לינקע השפעות אויף די סטודענטן. מיר פארזיכערן אז אונזערע שולעס זאלן ברענגען הצלחה און רעספעקטירן די יסודות פון אונזער לאנד. מיר נעמען צו די קאנטראל פון די הענט פון אומדערוויילטע באאמטע און געבן עס צוריק פאר די קאמיוניטיס און פאר די עלטערן, וואו עס באלאנגט באמת.
מיר ארבעטן אויך אן אויפהער אויסצוראטן די פלאג פון אנטיסעמיטיזם פון אונזער געזעלשאפט, כדי יעדער אמעריקאנער זאל קענען לעבן לויט זיין אמונה אן מורא פון גוואלט אדער רדיפות.
אויף דעם "חינוך און שערניג טאג" פייערן מיר דאס העלדישע לעבן און די ארבעט פון רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, און מיר נעמען זיך אונטער פארצונעצן זיין וועג פון מאראלישע פירערשאפט אן קיין פחד.
בשעת מיר פייערן 250 יאר פון אמעריקאנער זעלבסטשטענדיגקייט, זאגן מיר צו צו בויען א צוקונפט וואו מאראלישע קוראזש און אמונה וועלן בלייבן דער פונדאמענט פון אונזער רעפובליק. העכער אלעס באשטעטיגן מיר פונדאסניי אז אמעריקע וועט אייביג זיין איין נאציאנאל וואס ווערט געפירט דורך די אייביגע חכמה און השגחה פונעם באשעפער.
דער 45'סטער און 47'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע,
דאנאלד דזשאן טראמפ