פֿון דור צו דור — רעדע צום 50סטן יובֿל פֿון יוגנטרוף
Log in
YouTube
by
noam151
נו, װאָס קען מען זאָגן װעגן דעם לעצטן רעדנער, יאַנקל־פּרץ בלום?
פֿון אַלע ייִדישיסטן אױף דער װעלט,
איז ער דער אײנציקער, װאָס זײַן מאַמע קען זאָגן,
אַז זי רעדט זון־לשון
און אַז זײַנע ברידער רעדן ברודער־לשון
און די אַנדערע צען שרפּאַכן װאָס ער רעדט,
די אַנדערע שפּראַכן רעדן מאַמע־לשון
יאַנקל־פּרץ איז אַ געװעזענער פֿאָרזיצער פֿון יוגנטרוף
און אַ מיטאַרבעטער אױף YiddishPOP.com
אַ װעבזײַטל װאָס לערנט ייִדיש אױפֿן עלעמענטאַרן ניװאָ
די הײַנטיקע טעמע פֿון יאַנקל־פּרצס רעדע
װעט זײַן יוגנטרוף: פֿון דור צו דור
לאָמיר אים װאַרעם באַגריסן!
[אַפּלאָדיזמענטן]
מע קען מיך הערן?
גוט
אַ דאַנק איציק און רײנע, און אַ דאַנק אײַך אַלעמען פֿאַרן קומען אױף אונדזער יום־טובֿ.
מײַן הײַנטיקער שמועס טראָגט דעם טיטל „פֿון דור צו דור”.
װער זענען דאָס די דורות?
מדעיקרא, איז יוגנטרוף דאָך אַ יוגנט־באַװעגונג.
און די יוגנט ווער איז?
וועט איר מיר ענטפערן, פּשיטא!
די יוגנט באשטייט דאָך פון די מיט ווייניק יאָרן.
און עס פּאַסט טאַקע, מײן איך, אַז די פֿאַרװאַלטונג פֿון יוגנטרוף זאָל באַשטײן פֿון אזוינע יוגנטלעכע אינעם געװײנטלעכן זינען,
און אַז אױך אין אונדזערע פּראָגראַמען זאָלן מיר זײ קײן מאָל נישט פֿאַרלירן פֿון אויג.
װי זאָגט מען, „אם אין גדיים אין תּישים”
אױב ס׳װעלן נישט זײַן קײן ציגעלעך, װעלן אױך נישט זײַן קײן בעק
פֿון דעסט װעגן קען מען אױך פֿאַרשטײן דעם „יוגנט” אין יוגנטרוף אױף אַן אַנדער אופֿן
די יוגנט אין די בראשית־יאָרן פֿון יוגנטרוף
איז געװען דער ערשטער דור װאָס איז געבוירן געװאָרן נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה.
די ערשטע יוגנטרופֿניקעס האָבן זיך בפֿירוש דעפֿינירט אין קאָנטראַסט צום עלטערן דור פֿון מזרח־אײראָפּע
די װאָס פֿלעגן אַפּנים שרײַען „װוּ איז די יוגנט?”
אָבער שטילערהײט זענען זײ על־פּי־רובֿ געװען צופֿרידן צו זײַן די לעצטע פֿון די מאָהיקאַנער.
דער חידוש פֿון די דאָזיקע יונגע־לײַט איז באַשטאַנען אין דעם,
װאָס נישט געקוקט אױפֿן אומקום פֿונעם קװאַל פֿון ייִדישער שעפֿערישקײט און באַנײַונג אין מזרח־אײראָפּע,
און דעם אַלגעמײנעם שװוּנג צו אַסימילאַציע אין די אַנדערע לענדער,
זענען זײ געװען גרײט װײַטער צו טראָגן די פֿאָן פֿון דער ייִדישער קולטור.
הײַנט, מיט 50 יאָר שפּעטער, קענען מיר זיך שוין אַלע צוזאַמען פֿאַררעכענען, אין אַ געװיסן זין, פֿאַר אײן דור:
דער דור פֿון נאָך אַלעמען.