שלאָף

שפעט אין די נאכט

‎איך בין זייער פארטראכט

‎איינשלאפן איך קען נישט

‎מיין מחשבות איך פארנעם נישט

‎מיין מח עס לויפט

‎כ׳בין אינגאנצן צושרויפט

‎זאל איך נעמען א טאבלעט

‎מיך איינשלעפן עס וועט

‎איך וויל זיך אבער נישט געוואונען

‎עס וועט זיך שפעטער בכלל נישט לוינען

‎אקעי איך וועל נעמען נאר א האלבע

‎מיט אביסל וואסער קאלטע

‎שלאף שלאף ווי ביסטו

‎מח מח וואס רודערסטו

‎לאממיך אפ און לאממיך צורוה

‎איך וויל זיין אויסגערועט אינדערפרי

‎שלאף ווי ביסטו קום שוין אהער

‎מח וואס טוסטע דו רודערסט אן אויפהער

‎איך בין נישט אין די גוסטע פאר א טיפן קלער

‎מחשבות א ליסטע איך קען שוין נישט מער

‎כ׳בין מיד און איך געניץ

‎איך טראכט פון אלע טעמעס

‎כ׳בין אויסגעמוטשעט און אומרואיג

‎אדער ווי זאגט מען נאר? שלעפעריג

‎איך טראכט פון גיהינם, אויב איך גיי ברענען

‎איך טראכט פון גן עדן, פון אלע מיינע ליידן

‎איך טראכט פון משיח, אז ער זאל קומען וויל איך

‎איך טראכט פונעם בורא, עס כאפט מיר אן א מורא

‎איך טראכט פון שדים, פון לוויות און הספדים

‎איך טראכט פונעם לעבן, וואס איז דען דער שטרעבן

‎איך טראכט פון היינט און מארגן, פון אלע מיינע זארגן

‎איך טראכט און איך טראכט

‎אזוי א גאנצע נאכט

‎איך דריי מיך איבער צום אנדערן זייט

‎אבער די שלאף פון מיר איז נאך ווייט

‎שלאף שלאף ווי ביסטו

‎מח מח וואס רודערסטו

‎לאממיך אפ און לאממיך צורוה

‎איך וויל זיין אויסגערועט אינדערפרי

‎און ענדליך ווען איך שלאף שוין איין א

‎מאדנע חלום מיר ערשיינט איך

‎חלום ווי כ׳בין מיד

‎און שלאף איז נישט דא הי

‎שלאף שלאף ווי ביסטו

‎מח מח וואס רודערסטו

‎לאממיך אפ און לאממיך צורוה

‎איך וויל זיין אויסגערועט אינדרפרי