Toddler's take on Moses and the burning bush – in Yiddish

ער האָט געזען אַ ביימעלע וואָס האָט געברענט און געברענט אָבער ס׳איז נישט פֿאַרברענט!
איז ער צוגעגאַנגען צום ביימעלע און ער האָט געהערט אַ קול פֿון דעם ביימעלע.
און דער קול האָט געזאָגט: „משה,
טו אויס דײַנע שיך!
ווײַל דו שטייסט אין אַ הייליקן פּלאַץ!‟
— און וואָס האָט משה רבינו געטאָן?
איך ווייס נישט.
— ווער האָט גערעדט צו משהן?
איך ווייס נישט.
דער רבונו־של־עולם!
— און וואָס האָט דער רבונו־של־עולם געזאָגט ער זאָל זאָגן צו פּרעה?
טו אויס דײַנע שיך!
— דער רבונו־של־עולם האָט געוואָלט אַז משה זאָל זאָגן פּרעהן ער זאָל אויסטאָן די שיך?
יאָ.
— האָט ער נאָך עפּעס געוואָלט אַז משה רבינו זאָל זאָגן צו פּרעה?
איך ווייס נישט.
— ער זאָל לאָזן די ייִדן עפּעס טון?
גיין דאַווענען און ברענגען קרבנות!
און פּרעה האָט געזאָגט: „ניין!
די ייִדן טאָרן נישט גיין דאַווענען און ברענגען קרבנות!‟
און די ייִדן האָבן זיך געפֿילט טרויעריק.
זיי האָבן געוואָלט דאַווענען און ברענגען קרבנות!