Top 10 Ways to Use Yiddish (in Yiddish w/ English subtitles)
Log in
YouTube
by
noam151
שלום־עליכם! איך הייס שולי־אלישבע
און דאָס זײַנען די צען העכסטע אופֿנים צו ניצן דײַן ייִדיש
נומער 10
האָסטו ליב צו עסן
טאָ שרײַב דײַנע אײַנקויף־רשימות און מאָלצײַט־פּלענער אויף ייִדיש
נומער 9
האָסטו ליב צו געניטן זיך
טאָ צייל דײַנע "רעפּס" אויף ייִדיש
נומער 8
האָסטו ליב די סאָציאַלע מעדיע
איז ניצט זיי אויף ייִדיש
נומער 7
האָסטו ליב צו לערנען תּורה
איז לערן די פּרשה מיט יהואשס ייִדישן איבערזעצונג
אָדער משניות מיט פּעטרושקעס ייִדישן פּירוש
נומער 6
האָסטו ליב צו רעדן צו זיך
טאָ פֿאַרװאָז זשע נישט רעדן אָדער טראַכטן צו זיך אויף ייִדיש
נומער 5
האָסטו ליב קאַװע
פֿאַרװאָס זשע נישט קוקן ייִדלײַף קרײַזיס
אַ ייִדישע קאָמעדיע־סעריע אויף יוטוב
בשעתן טרינקען דײַן פֿרימאָרגנדיקע קאַװע
נומער 4
האָסטו אַ הונט
הער צו צום װײַבערטײַטש פּאָדקאַסט בשעתן פֿירן דעם הונט
נומער 3
האָסטו ליב צו שרײַבן
טאָ שרײַב דײַנע אייגענע לידער אויף ייִדיש
נומער 2
װילסטו רעדן יעדן טאָג
נעם אָן מײַן טעגלעכן ייִדיש רעדן אַרויסרוף
אַ 30־טאָג פּראָגראַם װאָס גיט דיר אַ געלעגנהײַט
צו רעדן ייִדיש יעדן איינעם טאָג
אָן קיין שום מורא פֿאַר גרײַזן
אַלס מיטגליד פֿון אונדזער שטיצערישער אָנלײַן קהילה ייִדישע סטודענטן
פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע אָדער זיך צו פֿאַרשרײַבן
באַזוך מײַן װעבאָרט
UseYiddishWithShuli.com
אָדער גיב אַ קװעטש אויפֿן לינקל אינעם באַשרײַבונג