אונזער ניגונדל
האָבן מִיר אַ ניגונדל,
אין נחת און אין פֿרײדן,
זינגען מיר עם, זינגען מיר עס,
קלינגט עס אַזױ שײן.
דאָס האָט נאָך געזונגען
די באָבע מיטן זײדן
װעז זײ זײַנען קינדער נאַך געװען.
רעפֿרײן:
אױ-אױ-אױ, אָט אַזױ זשע
װי דער ניגון קלינגט אַצינדער,
אַזאַ פֿרײלעכס, אַזאַ פֿרײלעכס
זינגט זשע קינדער.
אָט אַזױ זשע װי דער ניגון קלינגט אַצינדער
אַזאַ פֿרײלעכס לאָמיר אלע גײן.
האָבן מיר אַ נינונדל
זינגען מיר צוזאמען,
זינגען מיר עס, זינגען מיר עס,
קלינגט עס אַזױ שײן.
דאָס האָט נאָך געזונגען
דער טאַטע מיט דער מאַמען,
װען זײ זײַנען קינדער נאַך געװען.
האָבן מיר אַ ניגונדל
אין מזל און אין ברכה
זינגען מיר עס, זינגען מיר עס,
קלינגט עס אַזױ שײן.
דאָס האָט נאָך געזונגען
די גאַנצע משפּחה,
װעז זײ זײַנען קינדער נאַך געװען.