Vote in Your Language! (Yiddish PSA) - NYC Civic Engagement Commission
Log in
YouTube
by
noam151
אין ניו יארק סיטי׳ס פינף באראס
.וואוינען מיליאנען רעגיסטרירטע וואוטערס
און לענגאויס די 302 סקווער מייל פון אונזער שטאט
.ווערט גערעדט איבער זיבן הונדערט שפראכן
בערך האלב פון אונזערע שכנים
.רעדן נישט קיין ענגליש אינדערהיים
עלעקשענס זענען מאמענטן אין וועלכע
,אונז באטייליגן זיך אלע אינאיינעם
האפנדיג אויפצוטון לטובת אונזערע קהילות
,און אונזערע שכנים און קרובים
און צו העלפן אינאיינעם באשליסן .אונזער כללות׳דיגן צוקונפט
ניו יארק סיטי׳ס ׳Civic Engagment Commission׳
שטעלט צו איבערזעצונג סערוויסעס
ביי א צאל שטים פלעצער לענגאויס דער שטאט
.אין עלף באזונדערע שפראכן
,אויב זענט איר רעגיסטרירט צו וואוט׳ען
קען אונזער טיעם אייך אויפנעמען ,ביי אייער וואוטינג פלאץ
און ענטפערן סיי וואס׳ערע פראגעס ,איר האט איבער וואוטינג
אדער אייך מיטבאגלייטן אלס איבערזעצער ,בשעת איר וואוט
לויט די געזעצן פונעם פעדעראלן ׳Voting Rights Act׳.
איר קענט אויך מיטברענגען א פריינט
.אדער א קרוב איבערצוזעצן פאר אייך
מיר האבן אן אינטערעס אין אייער רעכט
.צו וואוט׳ען אין אייער אייגענער שפראך
די ׳Civic Engagement Commission׳
שטייט גרייט אייך צו העלפן