וואס ווילסטו מיטער האבן(what do you want,mother?)
וואָס ווילסטו מוטער האָבן?
וואס מוטשעסטו דײַן קינד?
וואס וועסטו מיך באַגראָגן?
אַך, וויי צו מײַנע זינד
אַך ווען דו זאָלסט וויסן
ווי אַזוי ס׳איז מיר נישט גוט
וואָלסטו נישט געצאַפּט
ווי וואַסער מײַן בלוט
ס׳איז מיר פֿינצטער מיין וועלט
מײַן יוגנט איז פֿאַרשוואַרצט
מײַן גליק איז מיר פֿאַרשטעלט
עס פֿוילט מיר מײַן האַרץ
ס׳ציטערט אין מיר יעדער אבֿר
עס קילט אין מיר מײַן בלוט
אַליין מיט דיר אין קבֿר
וואָלט מיר זײַן גאַנץ גוט
קיין פֿרייד האָב איך נישט געהאַט
נאָר ליידן און קומער
איך וויקל זיך ווי אַ בלאַט
ווי אַ בלום אין סוף זומער
מײַנע עלטערן, אוי וויי
זיי טרײַבן מיך פֿון דיר
פֿאַרנעם זשע מײַן געשריי
און קום צו פֿליען צו מיר
וווּ בינסטו, מײַן נשמה?
אַך גוואַלד זאָג
דו ביסט דאָך מײַן נחמה
בײַ נאַכט און בײַ טאָג
וווּ ביסטו, מײַן פֿרײַנד?
קום כאָטש אויף איין שעה
יעדערער האָט מיך פֿײַנט
און דו ביסט אויך נישטאָ
אָ, וואָס ווילסטו דען פֿון מיר?
וואָס ווילסטו מוטער האָבן?
וואס מוטשעסטו דײַן קינד?
וואס וועסטו מיך באַגראָגן?
אַך, וויי צו מײַנע זינד