Yentele Royt-Mentele/יענטעלע רױט־מענטעלע: A Purim Story in Yiddish

יענטעלע רױט־מענטעלע, אַ פּורים מעשׂה
געװען אַ מאָל אַ מײדעלע, יענטעלע. האָט איר די באָבע אױף יום־טאָב געשאָנקען אַ רױט מענטעלע.
דאָס מענטעלע האָט איר זײער געפּאַסט.
זי פֿלעגט עס תמיד טראָגן אין גאַס, און אַלע האָבן זי גערופֿן רױט־מענטעלע.
אײן מאָל, פּורים, זאָג צו איר די מאַמע:
טאָ אָן דאָס רױטע מענטעלע
נעם אַ המן־טאַש, שטראָדל, אַ פּורים־קױלעטש, פֿלאָדן
און טראָג אַװעק דער באָבען שלח־מנות
זי זאָל האָבן צו פֿאַרבײסן נאָכן תענית
נאָר זע, זאַם זיך ניט לאַנג אין װאַלד
װאָלף איז הײנט בײז, פֿאָקסן זוכן קעז
גײ געזונט און קום געשװינד
דאָס מײדעלע האָט אָנגעטאָן דאָס רױטע מענטעלע, גענומען אַ המן־טאַש, שטראָדל, אַ פּורים קױלעטש, פֿלאָדן
זיך געזעגנט מיט דער מאַמען און אַװעק צו דער באָבען
גײט זיך דאָס מײדעלע אין װאַלד און טראַכט אַלץ
װוּ זעט מען װאָלף װאָס איז בײז? און פֿוקס װאָס זוכט קעז?
און װי זי טראַכט אזױ, באַװײזט זיך פֿאַר איר אַ װאָלף.
גוט־פּורים, מײדעלע! װוּ גײסטו עס אַזױ אין װאַלד
איך טראָג דער באָבען שלת־מנות, זי זאָל האָבן צו פֿאַרבײסן נאָכן תענית
אָט איז אַ המן־טאַש, שטראָדל, אַ פּורים־קױלעטש, פֿלאָדן
װילסטו װאָס, מײדעלע? ־־ זאָגט דער װאָלף
איכ'ל לױפֿן דער באָבען די בשורה זאָגן, אַז דו קומסט איר שלח־מנות טראָגן
װאָלף האָט זיך הענדוס־פּענדוס געלאָזט לױפֿן, דער באָבעס שטוב געטראָפֿן, און אין טירעלע אָנגעהױבן קלאַפּן
טאָק־טאָק־טאָק־טאָק
באָבעניו, באָבעניו, עפֿן מיר אױף
דאָס בין איך רױט־מענטעלע, דיר געבראַכט שלח־מנות, זאָלסט האָבן צו פֿאַרבײסן נאָכן תענית
גיב מיטן הענטעלע אַ צי דאָס שנירעלע, װעט זיך עפֿענען דאָס טירעלע
װאָלף האָט אַ צי געטאָן דאָס שנירעלע, געעפֿען דאָס טירעלע
אַרײן אין שטיבעלע, צו באָבעס בעט צוגעלאָפֿן, און
האַם־האַם! האַם־האַם! די באָבעניו אײנגעשלונגען
דערנאָך אירע קלײדער אָנגעטאָן און זיך צו איר אין בעט ארײנגעלײגט
און רױט־מענטעלע איז געגאַנגען אין װעלדעלע, זיך געיאָגט נאָך אַ שעפֿעלע, זיך געהױדעט אױף אַ ברעטעלע
און ערשט פֿאַרנאַכט צו באָבעס שטיבעלע געקומען
טאָק־טאָק־טאָק־טאָק
באָבעשי, באָבעשי, עפֿן מיר אױף
דאָס בין איך, רױט־מענטעלע, דיר געבראַכט שלח־מנות
זאָלסט האָבן צו פֿאַרבײסן נאָכן תענית
אָט איז אַ המן־טאַש, שטראָדל, אַ פּורים־קױלעטש, פֿלאָדן
גיב מיטן הענטעלע אַ צי דאָס שנירעלע, װעט זיך עפֿענען דאָס טירעלע, ־־ זאָגט דער װאָלף
דאָס מײדעלע האָט מיטן הענטעלע אַ צי געטאָן דאָס שנירעלע, געעפֿנט דאָס טירעלע, אין שטיבעלע אַרײן